איראק – די אייסיס טעראר גרופע האט נעכטן דורכגעפירט א באמבארדירונג, אין וועלכן זיי האבן כמעט גענצליך פארניכטעט דעם היסטארישן מוסולמענער "גרענד על נורי" מעטשעט אין צענטער פון אלטשטאט מאסול. דער מעטשעט ווערט באטראכט אלס די סאמע עלטסטע פונקציאנירנדע מעטשעט אין דער וועלט, און אויסער דעם פארמאגט עס א שטארק סימבאלישן ווערד פאר דער אייסיס טעראר גרופע זעלבסט, ווייל אין אט דעם מעטשעט האט דער אייסיס פירער, אבו באקאר על באגדאדי, זיך אויפגעשטעלט מיט דריי יאר צוריק און דערקלערט אז ער גרינדעט אן "איסלאמישע שטאַט" און "קאליפאט", און אצינד האט אייסיס אויפגעריסן און פארניכטעט א שטיק פון זייער אייגענע היסטאריע. דער אויפרייס איז געקומען אין א צייט ווען אייסיס איז שוין כמעט גענצליך פארטריבן פון איר אמאליגן הויפטשטאט מאסול, און פרובירט נאר אנצוהאלטן דאס ביסל קאנטראל אויף געציילטע גאסן אינעם ארטיגן אלטשטאט קווארטאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל