די מיליטער אין מינאנמאר האט אפגעשטעלט די מאסיווע זוך אפעראציע נאך איר פארלוירענע פליגער נאכדעם וואס עס איז געפונען געווארן די ברוכווארג פונעם פליגער און די איבערבלייבענישן פון די רייזנדע אינעם אדמאנישער ים נעבן די גרעניץ פון מיאנמאר. דערווייל זענען געפונען געווארן בלויז איינצעלנע קערפער פון די 122 רייזנדע, וועלכע האט אריינגענומען מיליטערלייט און זייערע פאמיליעס, אריינגערעכנט 15 קינדער.

עס איז דערווייל אומקלאר די סיבה פונעם קראך. עס האנדלט זיך פון א גאנץ נייע פליגער, און די וועטער איז געווען אויבנאויף גאנץ קלאר. עס איז אבער נישט אויסגעשלאסן אז עס איז געווען א פלוצלינגדיגע שטורעם ווינט וועלכע מאכט זיך אפט אין די געגענט. דערווייל פרובירט די אויטאריטעטן צו טרעפן די איבערבלייבענישן פון די רייזנדע, און דארפן עס דורכפירן שנעל, פאר מאסיווע שטורעמס קומען אן דארט אין ארום 48 שעה, און וועט מאכן אוממעגליך די מיסיע פון טרעפן די קערפער.

ארגינאלע באריכט



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל