דער מדינת ישראל פארטיידיגונס מיניסטאר אביגדור ליבערמאן האט היינט געזאגט אז אונטער די קוליסן קאכט זיך א פלאן וועלכע ווען מעגליך ענדיגן די היסטארישע קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. די פלאן נעמט אריין אנקניפן פולע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט די מערהייט פון אראבישע לענדער וועלכע וועלן גאראנטירן מדינת ישראל'ס זיכערהייט נאכדעם וואס די פאלעסטינער באקומען א זעלבסשטענדיגע לאנד. ער האט נישט ארויסגעלייגט צופיל דעטאלן, נאר געזאגט אז ער איז זיכער אז די מערהייט פון מדינת ישראל וועט שטיצן דעם פלאן, וועלכע נעמט אריין א היסטארישע געלעגנהייט פאר מדינת ישראל צו ענדיגן די היסטארישע קאנפליקט מיט אירע אראבישע שכנים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל