קאָנגרעס שטימט אָפצושאַפן אָבאַמאַקעיר אין גאָר-שמאָלע רעפאָבליקאַנער זיג
די הויז רעפאָבליקאַנער האבן צוזאמגעשטעלט פונקט גענוג שטימען צו דורכפירן זייער העלט קעיר ביל, ראטעווענדיג די דורכפאל-אויסקוקענדע מיסיע צו אַנולירן און איבערמאכן די פארהאסטע אָבאַמאַקעיר, אונטער די שווערע דרוק פון פרעזידענט טראמפ.

די 217-213 וואוט, שיקט די "אמעריקאנער העלט קעיר אקט" צו די סענאט, ווי עס האט קנאפע שאַנסן דורכצוגיין אין די יעצטיגע ווערסיע, אפילו ביי די רעפּאָבליקאַנער, צוליב שרעק אז די פלאן וועט פאראורזאכן מיליאנען צו פארלירן העלט אינשורענס. צוואנציג רעפּאָבליקאַנער האבן געשטימט קעגען די ביך, און קיין איין דעמאָקראַט האט נישט געשטימט דערפאר.

ווילאנג די הויז האט נוך געשטימט איבער די ביל, האבן געוויסע וויכטיגע רעפּאָבליקאַנער סענאטארס, אריינגערעכנט ראו בלאנט פון מיזורי, געזאגט אז די סענאט וועט אנשטאט שרייבן איר אייגענע ווערסיע, ווי איידער זיך אומקוקן אויף די הויז'ס ווערסיע.

טראמפ האט עס גענומען צו טוויטער, שרייבענדיג אז ער קוקט זיך צו, צו די דעבאטע אין די הויז פארן שטימען.

"וואספארא שוץ קען אָבאַמאַקעיר זיין, אויב איר קענט נישט קויפן קיין פלאן אין אייער סטעיט?" האט הויז ספיקער פאול רייען געזאגט, פאררופענדיג זיך צו די אינשורענס קאמפאניס' באשלוס צו לאזן פאלן קאווערעזש אין געוויסע סטעיטס. "מיר קענען אוועקלייגן די צוזאמפאלענדע געזעץ אלס א דורכגעפאלענע עקספּערימענט".

מינאָריטי פירער נענסי פאלאסי (קאליפארניע) האט געזאגט אז די ביל'ס שטייער שניט וועט זיין א מאסיווע רייכטום-טראנספער פון די ארבייטער צו די רייכע לייט.

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל