חיידר אל-עבאדי


ווי עס שיינט טוען די איראקער אנערקענען די פאטאלע טעות וואס זיי האבן געמאכט מיט׳ן לאזן אמעריקע ארויסציען אלע אירע טרופן אין 2011, און דער איראקער פרעמיער מיניסטער חיידר אל-עבאדי (Haider al-Abadi) האט באשטעטיגט אז ער האלט אפ אינטענסיווע געשפרעכן מיט די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די מעגליכקייט פון אנהאלטן א פערמענאנטע אנוועזנהייט פון אמעריקאנער טרופן, אויך נאכדעם וואס מען באווייזט גענצליך צו באזיגן אייסיס.

אן אמעריקאנער באאמטער האט באשטעטיגט די געשפרעכן זאגנדיג ״די געשפרעכן האלטן נאך אן, ביידע זייטן פארשטייען אז עס איז קריטיש וויכטיג צו אנהאלטן א מיליטערישע אנוועזנהייט צו פארזיכערן די סטאביליטעט פון איראק״, און הויפטזעכליך אין מאסול ווי די קאמפן זענען יעצט גאר אינטענסיוו, ווי איראק זוכט צו אנהאלטן א מיליטערישע אנוועזנהייט צו פארזיכערן די סטאביליטעט.

אין איראק געפונען זיך יעצט ארום 7000 אמעריקאנער טרופן, פולע פון זיי ספעציעל קאמאנדא איינהייטן. לויט די יעצטיגע פלאן וועלן עטליכע טויזנט סטאנציאנירט ווערן אין ארום 5 איראקער מיליטערישע באזעס אויף די לענג פון די גרעניץ מיט סיריע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל