קאליפארניע – אן עלטערער איד איז ברוטאל אטאקירט און צעשלאגן געווארן בשעת'ן שפאצירן פארנט פון א שוהל אין לאס אנדזשעלעס. דער אינצידענט האט פאסירט מאנטאג אינדערפרי אין פעירפעקס דיסטריקט, פארנט פונעם ביהמ"ד בית יהודא, וואו סורוועילענס קאמערעס האבן אויפגעכאפט וויאזוי א פארשוין איז אנגעקומען פארנט פונעם שוהל, זיך אפגעשטעלט דארטן, און פון זיינע באוועגונגען זעט מען ווי ער איז געווען אנגעצויגן און זיך געגרייט עפעס צו טאן. פונקט איז אן עלטערער איד דאן געקומען צו גיין מיט זיין טלית ותפילין אין די הענט, און דער פארשוין איז אים ווילד איבערגעפאלן, געשלאגן אין קאפ און אינעם בויך עטליכע מאל, פון וועלכע דעם איד'ס קאפל און טלית–בייטל זענען געפאלן אויף דער ערד, און דער איד האט שווער געקענט קומען צו זיך, ביז אן אנדערער איד איז אריבער און אנגעהויבן דערלאנגען הילף. די פאליציי זאגן אז דערווייל באהאנדלען זיי דעם אינצידענט ווי א פשוט'ער איבערפאל, נישט ווי א האס פארברעכן. נעכטן האט מען געהערט אז א פארדעכטיגטער איז ארעסטירט געווארן.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל