די נייעס ווערט כסדר אָפּדעיטעד; דריקט די ריפרעש (Refresh) קנעפּל צו זעהן די לעצטיגע נייעס איבער די אויפרייס.


כאָטש 20 מענטשן זענען גע'הרג'עט און מעגליך "הונדערטער" אנדערע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן נאָך וואָס איינע אָדער מערערע הויכע אויפרייסן זענען געהערט געוואָרן מאָנטאָג ביינאַכט ביי אַ קאַנצערט אין די מאַנטשעסטער אַרענאַ אין ענגלאַנד, האָבן מערערע לאו-ענפאָרסעמענט דערציילט.



לאו ענפאָרסעמענט קוואלן אין ביידע ענגלאַנד און די פאַראייניגטע שטאַטן דערציילט אַז עס זענען מעגליך געווען צוויי באַזונדערע אויפרייסן. עס איז נישט געווען קיין באַלדיגע אינפאָרמאַציע איבער וואָספאַראַ סאָרט אויפרייס עס האָט פּאַסירט, און די קוואלן האָבן קלאָר געמאַכט אַז די אינפאָרמאַציע איז נאָר אויבערפלעכליך און וועט זיך גאַנץ מעגליך טוישן.

מאַנטשעסטער פּאָליציי האָט נאָר פאַרציילט אַז עס זענען געווען "עטליכע באשטעטיגטע פאַטאַליטעטן און פאַרוואונדעטע" ווי הונדערטער מענטשן זענען אַנטלאָפן פון דער אַרענע. הילף אַגענטורן יאָגן זיך צו די סצענע נאָך די אויפרייס.

ניו יארק סיטי קאָונטער-טעראָריזם פּאָליציי זאָגן אַז זיי האַלט אַן אויג אויף די אינצידענט' ווי עס שפילט זיך אויס.

נייעס באַריכט

הערט אייך גוט צו, וועט איר הערן די אויפרייס

מענטשן לויפן אַרויס פונעם בנין

הילף אַגענטורן יאָגן זיך צו די סצענע נאָך די אויפרייס

כאַאָטיש מצב אינעווייניג ווען אַלע ווילן אַרויסלויפן פונעם אַרענע נאָכן אויפרייס

כאַאָטיש מצב אין די גאַנצע שטח פונעם אַרענע, ווען אַלע ווילן אַרויסלויפן נאָכן אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל