וואשינגטאן – באריכטן נעכטן האבן געצייגט ווי פרעזידענט טראמפ האט אפגעווייכט פון זיין פארלאנג אז קאנגרעס זאל נאך די וואך באשטעטיגן 1.5 ביליאן דאלער צו קענען זאפארט אנהייבן בויען די גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, ווייל די דעמאקראטן האבן געזאגט אז זיי זענען נישט גרייט צו שטיצן קיין בודזשעט ביל וואס וועט פארמאגן דאס געלט פאר'ן וואנט דערין. אויב וועלן די דעמאקראטן נישט שטיצן אזא בודזשעט, וועלכע האט דערווייל אויך שוואכע שטיצע ביי די רעפובליקאנער, וועט די רעגירונג פארשלאסן ווערן פרייטאג, נישט האבנדיג די נויטיגע געלטער צו קענען ווייטער אנגיין.

דער ווייסער הויז ווארטזאגער, שאן ספייסער, האט נעכטן געלייקנט די באריכטן און געזאגט אז טראמפ האט דערווייל נאכנישט צוריקגעצויגן פון זיין פארלאנג אז דאס געלט פאר'ן וואנט זאל אריינגעשטעלט ווערן אלס טייל פונעם בודזשעט ביל צו פארמיידן א רעגירונג שאטדאון. טראמפ זעלבסט האט אין א מעסעדזש אויף טוויטער אטאקירט די באריכטן, שרייבנדיג אז מען זאל נישט גלייבן די "פאלשע מידיא", וועלכע באריכטן אז ער האט אפגעווייכט פונעם וואנט פלאן. טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע האבן געזאגט אז ס'איז מעגליך אז טראמפ וועט טאקע יא דורכלאזן דעם יעצטיגן בודזשעט ביל אנע געלטער פאר דער וואנט, אבער ער וועט פארלאנגען אז קאנגרעס זאל עס נאך היי יאר באשטעטיגן.

אין א זייטיגער אנטוויקלונג, האט דער רעפובליקאנער טעקסאס סענאטאר, טעד קרוז, געוועזענער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט, געלאזט אין גאנג א פעטיציע צו רופן די פעדעראלע רעגירונג צו נוצן געלטער וואס אמעריקע וויל קאנפיסקירן פונעם ארעסטירטן מעקסיקאנער דראג-באנדע פירער, על טשאפא גוזמאן, און דערמיט אויסצאלן די גרעניץ וואנט. קרוז זאגט אז דער ציפער וואס די אמעריקאנער רעגירונג זוכט צו קאנפיסקירן פון על טשאפא'ס פארמעגן איז ארום 14 ביליאן דאלער, וואס לויט די חשבונות און פלענער פון דער וואנט, דארף דאס זיין גענוג און איבריג צו קענען בויען און ענדיגן די גאנצע גרויסע גרעניץ וואנט, גענוי ווי טראמפ האט פארשפראכן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל