די ספעיס פראוב קאסיני (Cassini) איז געווארן ארויפגעשיקט אין 1997 צו אויספארשן די סעטוראן פלאנעט (שבתאי) און אירע לבנות. נאך א לאנגע טריפ, און דורך אפאר גרעוועטי אסיסטס פון אנדערע פלאנעט, איז עס אנגעקומען צו די לבנה טייטאן אום 2004. 

ס'האט צוריקגעשיקט אויסטערלישע בילדער פון טייטאן און אנדערע לבנות, און די מיסיע ווערט דערמאנט מיט גרויס סוקסעס.

די וואך איז עס די לעצטע מאל דורכגעפלויגן די לבנה טייטאן צו א טאטעל פון 90 מאל, און ס'האט שוין אפגעכאפט בילדער פון 90% פון די סורפעיס. קאסיני האט אויפגעדעקט אז טייטאן האט ימים מיט בערג און נאך אסאך.

יעצט גייט עס טוהן די לעצטע סטעפ פון זיין מיסיע, נעמליך אריינפליען צווישן די רינגען פון שבתאי אפאר מאל, ביז ס'גייט אריינפליען אין שבתאי'ס אטמאספער און ס'גייט צוגיין פון די היץ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל