א דרמאטישע פאסירנג האט פאסירט פרייטאג אויף עיר קאנאדע ווען צענדליגע וויזניצע חסידים, וואס זענען געפארען קיין טאראנטא מיטהאלטען די געהויבענע שבת מיט הרב יצחק יוחנן האגער שליט"א אב"ד וויזניץ-וויליאמסבורג, זענען געבליבען געשטראנדערט אויף א פליגער א פאר שעה.
דער פילאט רופט אויס

די פליגער האט געהאט טעכנישע פראבלעם. די חסידים האבען זיך געבעטען אראפ צוגיין פונעם פליגער, זעהעדיג אז עס איז נישט מעגליך צי זיין אויף שבת אין צייט. די קעפטען האט אויסגערופען אז מען גייט צוריק צו די געיט צו אראפלאזען די יודען.

פלוצלינג האט דער פילאט אויסגערופען אז מען האט באקומען ערלויבעניש זיך צו הייבען אהן דארפען ווארטען צוואנציג מינוט אין די ליניע, און ביז דריי מינוט הייבט מען זיך ווייל די יודען דארפען אנקומען אויף שבת אין צייט. ווי אויך אין טאראנטא וועט מען נישט דארפען ווארטן און די ליין צו באקומען א געיט.

ווען די פליגער האט געלאנדעט אין טאראנטא, האט מען אויסגערופען אז יעדער זאל בלייבען זיצען, און נאר די ארטעדאקסישע יודען זאל מען לאזען ערשט אראפגיין, ווייל שבת קומט, און לכבוד זיי זענען מיר אלע אזוי שנעל דא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל