די פראָנט טיר פון אַ אידישע עלעמענטאַרע שולע אין מילוואָקי, וויסקאנסין, איז געטראָפן געווארן מיט אַ קויל.

קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן ווען די קויל האט געשלאָגן די גלאזענע פראָנט טיר פון די ישיבה עלעמענטאַרי שולע פרייטאג מאָרגן. די קויל האט צעבראכן די גלאז אָבער איז נישט אריינגעפלאגן אין די שולע, האט די לאקאלע סי.בי.עס. געמאלדן.

די שולע איז נישט געווארן עוואקאירט.

די פּאָליציי גלויבט אז די קויל איז ארויסגעשאסן געווארן איז די אומגעגנט, אבער איז נישט געווען געצילט צו די ישיבה. זיי פארשן די שיסעריי און ארבייטן מיט די שולע צו געפונען צושויערס.

"עס האט געמאכן אביסל שאדן צום טיר, אבער עס איז נישט געווען קיין שום זיכערהייט אישו," האט שולע ווארטזאגער הרב אריה בורסוק געזאגט פאר די לאקאלע פאקס ניוז. "קיינער איז נישט געווען אין קיין סכנה. קיינער איז בכלל נישט געשעדיגט געווארן. מיר נעמען אהן די זיכערהייט מאסנאמען וואס ס'פעהלט זיך אויס."

ער האט אויך געזאגט אז אלע עלטערן זענען אויפמערקזאם געמאכט געווארן איבער די שיסעריי דורך אימעיל און טעלעפאן, און די שטאַב האט ערקלערט פאר די קינדער וואס עס האט פאסירט.

א דערנעבענדיגע אידישע צענטער איז געווען פון די הונדערטער אידישע צענטערן איבער די פאראייניגעטע שטאטן צו באקומען באמבע-ווארענונגען במשך די ארשטע דריי מאנאטן פון די גוי'אישע קאלאנדער יאהר.

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל