גואם – די רעגירונג אין גואם, א פאציפישע אינזל טעריטאריע וואס באלאנגט צו אמעריקע, האט דערקלערט קריג קעגן די אזויגערופענע "ברוינע ביימער שלענג". מען גלויבט אז די שלענג זענען אנגעברענגט געווארן אויפ'ן אינזל אין די צווייטע וועלט קריג יארן, ווען אמעריקע האט דארטן געהאט א באזע, און עס פלעגן דארטן אנקומען הונדערטער טויזענטער סאלדאטן מיט די מיליטערישע טראנספארט שיפן. זינט דאן האבן זיך די שלענג געמערט און גענצליך אויסגעראטן פארשידענע סארט קריכעדיגע און פויגלען. מען זארגט אז די שלענג וועלן נוצן עראפלאנען און שיפן זיך אריבערצוכאפן צו אנדערע פאציפישע אקעאן אינזלען. לויט'ן פלאן וועט מען נוצן העליקאפטערס אראפצואווארפן טויטע מייזן, וועלכע זענען אנגעשטאפט געווארן מיט טיילענאל טאבלעטן. די האפענונג איז אז די ברוינע בוים שלענג וועלן זיך צוכאפן דערצו און זיי אויפעסן, און טיילענאל איז גיפטיג פאר די סארט שלענג.


בילד: טויטע פאר'סמ2טע מייז אראפגעלאזט מיט פאראשוטן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל