די זון'ס קאָראָונע [אידישע ענציקלאָפּידיע]

בילד: די זון'ס קאָראָונע, גענומען דורך נאסא'ס סאָולאַר דיינעמיקס אבזערוואטארי
די זון'ס קאָראָונע, גענומען דורך נאסא'ס סאָולאַר דיינעמיקס אַבזערוואַטאָרי

אונזער זון איז ארומגענומען מיט א אנצוג פון גאז, גערופן די אַטמאָספערע, און די "קאָראָונע" איז די אינדרויסנדיגסטע שיכטע פון די זון'ס אַטמאָספערע. די קאָראָונע איז געווענליך אומזעהבאר, צוליב די שטארקע ליכטיגקייט פון די זון'ס אויבערפלאך, וואס מאכט עס אוממעגליך צו געזעהן ווערן אהן די נויטיגע אינסטרומענטן. די איינציגסטע מאל וואס די קאָראָונע איז זעהבאר פאר די פשוט'ע אויגן, איז ביי א ליקוי חמה.

בילד: די קאָראָונע איז זעהבאר ביי א ליקוי חמה
די קאָראָונע איז זעהבאר ביי א ליקוי חמה

פארוואס איז די קאָראָונע פארטונקלט?

די קאָראָונע דערגרייכט הויכע טעמפּעראַטורן, אבער זי איז פארטונקלט. פארוואס? ווייל די זון'ס אויבערפלאך איז בערך 10 מיליאן מאל אזוי געדיכט ווי די קאָראָונע, און די שיטערקייט מאכט איר ליכטיגקייט אויסזעהן שוואכ קעגן די ליכטיגקייט פון דעם עצם זון.

פארוואס איז די קאָראָונע אזוי הייס?

די קאָראָונע'ס הויכע טעמפּעראַטורן איז א גרויסע מיסטעריע צווישן וויסנשאפטלער. שטעלט אייך פאהר אז איר שטייט נעבן די מצה אויוון און שפירט די שטארקע היץ, און ווען איר הייבט אן אוועקצושפאצירן פון די אויוון ווערט קיהלער. דאס פארקערטע פאסירט מיט די זון.

אסטראנאמערס האבן פראבירט צו אנטשיידן די מיסטעריע פאר א לאנגע וויילע. די קאָראָונע איז - ווי געשמועסט -  די אינדרויסנדיגסטע שיכטע פון די זון'ס אַטמאָספערע, ווייט אוועק פון די זון'ס אויבערפלאך. מיט דעם אלעם איז זי הונדערטער מאל הייסער פן די זון אליינס.

א נאסא מיסיע, גערופן "אייריס", האט צוגעשטעלט איין מעגליכע ענטפער. די מיסיע האט אנטדעקט טיילן פאר א זייער הייסע מאטעריאל גערופן "היץ באמבעס", וואס רייזט פון די זון'ס אויבערפלאך צו איר קאָראָונע. איינמאל זיי קומען אן צו די קאָראָונע, רייסען זיי אויף און לאזן ארויס זייער היץ. די סייענטיסטן גלייבן אבער אז די קאָראָונע באקומט היץ פון נאך אנדערע מקורות.

קאָראָונע'ס שלייפן און פלייצן

די אויבערפלאך פון די זון איז באדעקט מיט א מאגנאטישע פעלד, דאס איז די קראפט וואס מאכן מאגנאטן קלעבן צו אייזן. די זון'ס מאגנאטישע פעלד פאראורזאכט קליינשטיגע "אָנגעלאָדענטע" (מיט עלעקטרישע ענערגיע) שטיקלעך ("פּאַרטיקאַלן") זיך צו פארמירן אין הערליכע אויסשטעלן, דאס רעכנט אריין שטראמען, שלייפן און נאך. מיר קענען דאס זעהן פון אונזער פלאנעט, דורך ספעציעלע טעלעסקאָפּן.

בילד: קאָראָונע'ס שלייפן
קאָראָונע'ס שלייפן

וויאזוי שאפט די קאָראָונע די "סאָולאַר ווינטן"?

די קאָראָונע ציעט זיך טיף ארויס אין ספעיס, און פון איר שטאמט די "סאָולאַר ווינטן" וואס רייזט ארום אין אונזער סאָולאַר סיסטעם. די קאָראָונע'ס הויכע טעמפּעראַטורן מאכט אז די פּאַרטיקאַלן פליען ארויס צו די ליידיגע ספעיס אין גאר שנעלע ספיד. די ספידן זענען אזוי שנעל, אז עס באווייזט זיך ארויסצורייסן פון די זון'ס גראוויטאציע.

בילד: די קאָראָונע שאפט סאָולאַר ווינטן
די קאָראָונע שאפט סאָולאַר ווינטן

באשרייבונג דורך ישי שאלאמאן צו די אידישע ענציקלאָפּידיע (טעלעגראם | אינסטעגראם | פלוס)

קאמאנטירט