וואטסעפפ, איינע פון די מערסטע פאפולערע מעסעדזש עפפס, לאזט מאכן א בעקאפ קאפי פון אלע מעסעדזשעס און פיילס (בילדער, אודיא און ווידיא) צו די גוגל דרייוו אקאונט, אויב די עפפ איז אינסטאלירט אויף א ענדרויד טעלעפאן. א בעקאפ העלפט אין פאל די פאון ווערט פארלוירן אדער געשעדיגט, ווי אויך אויב איינער וויל אריבערטוישן צו א אנדערע טעלעפאן.

וואטסעפפ האט די וואך פארעפנטליכט אז זי האט געשלאסן א אפמאך מיט גוגל, וואס וועט ערלויבן צו מאכן די בעקאפ, אהן דעם וואס עס זאל אראפרעכענען פלאץ אויף די דרייוו אקאונט. וואטסעפפ בעקאפס קענען אויפנעמען זייער אסאך פלאץ, צוליב די גרויסע פייל וואס קומען מיט.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל