סינגאפור – "קים יאנג אן" איז ארעסטירט געווארן און שטרענג אויסגעפארשט געווארן, ווען ער האט געלאנדעט אין סינגאפור, צום היסטארישן סאמיט מיט פרעזידענט טראמפ. דער ארעסטירטער איז א האנג קאנג אקטיאר ביים נאמען האוערד קעי, וועלכער איז באקאנט אין דער וועלט אלס עמיצער וואס פארט ארום און שטעלט זיך אהער ווי ער איז דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן. ער איז געפארן קיין סינגאפור, וועלנדיג זיך דארט געפונען בשעת'ן היסטארישן סאמיט, אבער די פאליציי אין לופטפעלד האבן אים ארעסטירט, און אויסגעפארשט איבער זיינע פאליטישע מיינונגען און אנדערע זאכן. ער איז באפרייט געווארן נאך 2 שעה אויספארשונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל