בעיזשינג – די ריזיגע כינעזער "זי-טי-אי" סעלפאון און קאמפיוטער טשיפ פירמע האט נעכטן באקומען גוטע נייעס, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט ארבעטן אינאיינעם מיט'ן כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג, צו ראטעווען די פירמע פון אונטערגאנג. די טראמפ אדמיניסטראציע האט לעצטנס פארבאטן אמעריקאנער פירמעס צו פארקויפן געצייג און מאטעריאל פאר זי-טי-אי צוליב איר אירע פארלעצונגען פון איראנער און צפון קארעא סאנקציעס, און אלס רעזולטאט פון דעם פארבאט, האט די פירמע פאריגע וואך געמאלדן אז זי וועט כמעט אינגאנצן אפשטעלן פראדוקציע פון סיי וועלכע פראדוקטן. דאס האט געברענגט די מעגליכקייט פון צענדליגער טויזנטער פארלוירענע דזשאבס אין כינע, און נעכטן האט זיך טראמפ געבראכן און געזאגט אז ער וועט ארבעטן מיט דזשינפינג צו טרעפן א וועג צו פאררעכטן די סומאטוכע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל