אוקריינע – ארקאדי באבטשענקא (Arkady Babchenko), א רוסישער זשורנאליסט וועלכער איז באקאנט אלס שטארקער קריטיקירער קעגן דעם קרעמלין און די רוסישע רעגירונג, איז נעכטן געפונען געווארן טויט, ווערנדיג געשאסן אין זיין אפארטמענט אינעם אוקראַינישן הויפטשטאט קיעוו. באבטשענקא האט לאנגע יארן געוואוינט אין רוסלאנד, און האט זיך געצויגן קיין טשעכיי מיט א יאר צוריק, צוליב א געפאר אויף זיין לעבן וויבאלד ער האט געשריבן באריכטן קעגן די רוסישע רעגירונג'ס שריט אין אוקראַינע און אין סיריע. דערנאך איז באבטשענקא געגאנגען וואוינען קיין אוקראַינע, וואו ער איז נעכטן געשאסן געווארן, און ווי אוקראַינישע פאליציי זאגן, האט דער מארד אלע צייכנס פון א רוסיש-באשטעלטע אטענטאט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל