ניו יארק – א ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט, אז ער וועט נישט בלאקירן דאס ארויסגעבן רעקארדירטע בילדער און ווידעא פון די קערפער-קאמערעס וואס ליגן אויף די מונדירן פון ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן. א גרויסע פאליצייאישע יוניאן אין דער סיטי האט געברענגט אן אנקלאגע קעגן דער סיטי, זאגנדיג אז די רעקארדירטע זאכן פון די קערפער-קאמערעס זענען ווי פערזענליכע פיילס און פריוואטע אינפארמאציע פון יעדן פאליציי אפיציר, און דעריבער איז עס נישט לעגאל ארויסגעגעבן צו ווערן צום פובליק, נאר אויב עס איז דא א ספעציפישע ערלויבעניש פון א ריכטער יעדעס מאל באזונדער, און אויב ס'איז פארהאן א פובליק סעיפטי אינטערעסע דערין.

דער ריכטער האט אבער אפגעווארפן די טענות פונעם פאליציי יוניאן, זאגנדיג אז די שטאטישע אויטאריטעטן האבן די פולקאמע רעכט ארויסצוגעבן די רעקארדירונגען, ווייל אלעס וואס ווערט רעקארדירט, באלאנגט פאר דער סיטי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל