דמשק – א בולגאריער פארשוין איז אנגעקלאגט געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן, איבער דעם וואס ער האט עקספארטירט פליגער טיילן קיין סיריע, אין א פארלעצונג צו אן עקזיסטירנדיגער אמעריקאנער עמבארגא. אמעריקאנער פראקורארן האבן ארויסגעברענגט אז דער פארשוין, זעליאז אנדריוו, א 29 יעריגער בולגאריער בירגער, האט געארבעט אין דעם בולגאריער אפיס פון דער מיאמי-באזירטער "עי-דאבעליו טראניקס" פירמע, און אנדריוו האט גענוצט זיין פאזיציע אויף צו שיקן פארשידענע אוויאציע טעכנאלאגיע און פליגער–טיילן פאר די סירישע "אראב עירליינס", אריינגערעכנט אזעלכע פליגער–טיילן וועלכע זענען מיט א שטיק צייט צוריק ארויפגעשטעלט געווארן אויף א ליסטע וואס פירמעס זענען פארבאטן צו עקספארטירן קיין סיריע, צוליב'ן אנגייענדיגן בירגער קריג דארט.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל