לאנדאן – די דריי אייראפעאישע לענדער, ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד, האבן נעכטן דעקלארירט אז זיי זענען פארפליכטעט צום עקזיסטירנדן נוקלעארן אפמאך מיט איראן, און וועלן נישט שטיצן קיין שום פרואוון אפצושאפן דעם דיעל – אין א דירעקטער קעגנערשאפט צו פרעזידענט טראמפ'ס פלאן זיך ארויסצוציען פונעם דיעל.

די דעקלעראציע איז געקומען נאכדעם וואס די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, האט גערעדט טעלעפאניש צום פראנצויזישן פרעזידענט מאקרון און צו דייטשלאנד'ס קאנצלער אנגעלע מערקעל, וואו די דריי האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט בלויז צו פארבעסערן און אויסצוברייטערן דעם עקזיסטירנדן דיעל.

דאקעגן האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, מייק פאמפעיא, ווידעראמאל קלארגעשטעלט ביים אויפטרעטן מיט קאמענטארן ביי זיין באזוך אין מדינת ישראל, אז אויב טראמפ וועט נישט סוקסעסירן צו מאכן בעסער דעם נוקלעארן דיעל, וועט ער זיך באלד ארויסציען דערפון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל