לאנדאן – א 16 יעריגער יוגנטליכער פון ענגלאנד מיט'ן נאמען אייזעק קאולינג, האט געשפילט גאלף מיט עטליכע פון זיינע פריינט אין א ריזיגן פעלד. זיי האבן באמערקט ווי נישט ווייט אוועק פון זיי שטייען עטליכע גענז און באהיטן זייער נעסט. די שפילער האבן פרובירט צו איגנארירן די פייגל, און שאפן אן אפווייטערונג, אז די גענז זאלן זיין רואיג אז מען וויל זיי נישט טשעפען. אבער ווי עס שיינט, זענען די גענז געווען אומצופרידן פון די קינדער וואס טאנצן ארום אין זייער געגנווארט, און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א ווילדער אגרעסיווער אטאקע אויף אייזעק. ער איז אראפגעפאלן צו דער ערד, און זיי האבן פארגעזעצט אים צו אטאקירן מיט זייערע גרויסע פליגלען.

דער יוגנטליכער האט נישט געליטן פון קיין ערנסטע וואונדן און איז געבליבן מיט שרעק פון דער ווילדער אטאקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל