אן אראבער וואס איז אפגעשטעלט געווארן ביים 'ריכאן' וואך-פונקט אין יהודה ושומרון איז ארעסטירט געווארן, נאך דעם וואס די גרעניץ-וואך האט געפונען א מאכטפולע באמבע באהאלטן אינעם דאך פון זיין טראק.

דער אראבער, אן איינוואוינער פון א דערפל נישט ווייט פון דזשענין, אין צפון שומרון, האט געפלאנט דורכצופירן א מאסיווע טעראר אטאקע דורכאויס מדינת ישראל'ס אומאפהענגיגקייטס-טאג, וואס וועט געפייערט ווערן מארגן דאנערשטאג.

די ספעציעלע באמבע-איינהייט פונעם מיליטער האט צענומען די באמבע, און דער דרייווער איז אפגעפירט געווארן אויף אויספארשונגען, צו דערגיין ווער נאך איז געווען פארמישט אין דער געפלאנטער אטאקע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל