אין אן אינטערוויו מיט דער אפיציעלער טעלעוויזיע קאנאל פון דער 'פאלעסטינער אויטאריטעט', האט א פאליטישער קאמענטאטאר באצייכנט דעם האלאקאוסט ווי א "ליגנט" און באהויפטעט אז אידן האבן קאלאבארירט מיט היטלער צו ברענגען "מתנחלים קיין פאלעסטינע".

דער געשפרעך איז געוויזן געווארן אויף דער פאלעסטינער טעלעוויזיע פארגאנגענעם אפריל 10, מיט א טאג איידער דעם אינטערנאציאנאלן 'האלאקאוסט טאג'.

"יא, ס'איז א ליגנט," האט יענער קאמענטאטירער געזאגט, "און א סך ישראלים, אדער א סך אידן, האבן מיטגעארבעט מיט היטלער, כדי צו קענען אריבערברענגען מתנחלים קיין פאלעסטינע," האט יענער אויסגעפירט.

דאס לייקענען דעם חורבן איז א גאנגבאר ארטיקל אין דער אראבישער וועלט, בפרט צווישן די פאלעסטינער אראבער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל