אייאווע – די מידטוירם וואלן פון היי יאר זענען נאכנישט פארגעקומען, אבער מען רעדט שוין זייער ערנסט פון די פרעזידענט וואלן פון יאר 2020, מיט עטליכע ספעציפישע אנטוויקלונגען אין די לעצטערע טעג. צווישן אנדערן האט מען געזען אז דער אידישער לאס אנדזשעלעס מעיאר, עריק גארסעטי, האט געמאכט א רייזע קיין אייאווע, די סאמע ערשטע סטעיט וואו מען שטימט אין פרעזידענטליכע פריימעריס, און גארסעטי זאגט קלאר אז ער קלערט צו לויפן פאר פרעזידענט, און זוכט צו הייבן זיין פראפיל און באקאנטשאפט איבער'ן לאנד. אויסער דעם האט דער געוועזענער וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען געגעבן נעכטן אן אינטערוויו, אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער שליסט דערווייל נישט אויס די מעגליכקייט פון לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2020.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל