די פעדעראלע רעגירונג האט אנגעקלאגט דער MTA און דער 'ניו יארק טראנזיט אויטאריטעט' נאך דעם וואס א שטאטישע סובוועי סטאנציע איז איבערגעמאכט געווארן אן צושטעלן דארט קיין אריינגאנג פאר פיזיש-באגרעניצטע.

די רעדע איז פון דער מידלטאון ראוד סאבוועי סטאנציע, וועמענס עלעוועיטארס וואס זענען געמאכט צוצושטעלן צוטריט צו פיזיש-באגרעניצטע מענטשן זענען פארמאכט געווארן דורכאויס די רענאוואציעס.

די רענאוואציע ארבעט איז דורכגעפירט געווארן דורכאויס 13' און 14', אבער איידער די MTA האט אנגעהויבן מיט דעם 21-מיליאן דאלארדיגע פראיעקט, האט די 'פעדעראלע טראנזיט אדמיניסטראציע' איר אנגעוויזן אז געזעצליך דארף די סטאנציע בלייבן צוטריטליך אויך פאר פיזיש-באגרעניצטע מענטשן אפילו דורכאויס דער רענאוואציע ארבעט.

די MTA האט גע'טענה'ט, אז אהערצושטעלן א צייטווייליגן עלעוועיטאר וועט אויסקומען זייער טייער און באטרעפן אזויפיל ווי גאנצע צוואנציג פראצענט פון דעם גאנצן פראיעקט, אבער דער פעדעראלער רעגירונג האט נישט אנגענומען דעם תירוץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל