דער טאטע פונעם יעצטיגן פוילישן פרעמיער מיניסטער האט ארויסגערופן א שטורעם מיט א דעקלאראציע, אז אידן זענען דורכאויס דעם חורבן געגאנגען אין די געטאס פון גוטן ווילן, כדי צו קענען זיך אפטיילן פון זייערע נישט-אידישע שכנים.

"איר ווייסט ווער ס'האט אריינגעטריבן די אידן אין דער ווארשאוועער געטא? איר טראכט אז ס'איז געווען די דייטשן? ניין. די אידן זענען פון זיך אליין אהינגעגאנגען, נאך דעם וואס מ'האט זיי מסביר אז דאס וועט זיין זייערס אן אפגעזונדערט פלאץ און זיי וועלן נישט דארפן האבן קיין שייכות מיט די געמיינע פאליאקן," האט קארנעל מאראוויצקי געזאגט דורכאויס א געשפרעך מיט אן ארטיגער צייטונג.

די באמערקונג קומט אין א צייט פון אנגעצויגענע באציאונגען צווישן פוילן און מדינת ישראל, צוליב א נייעם פוילישן געזעץ וואס אסר'ט צו באשולדיגן פוילן אין טיילנעמען אין רציחות קעגן אידן דורכאויס דער צווייטער וועלט מלחמה.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל