וואשינגטאן – דער פאניק וואס האט געהערשט ביי די רעפובליקאנער, איבער דעם אז די דעמאקראטן גייען פארכאפן קאנטראל פון קאנגרעס און סענאט ביי די מידטוירם וואלן היי יאר נאוועמבער, האט עטוואס נאכגעלאזט אין די לעצטע פאר טעג, צוליב 3 הויפט סיבות. ערשטנס, צייגן "דזשענעריק" אנקעטעס פון "רעפובליקאנער קעגן דעמאקראטן", אז די דעמאקראטן'ס אויבערהאנט אין אלגעמיין איז געשרומפן פון 15 פראצענט צו בלויז 7 פראצענט; צווייטנס, זענען פרעזידענט טראמפ'ס צופרידנהייט אנקעטע ציפערן געשטיגן פון די דרייסיגער ציפערן צו די מיטעלע פערציגער; און דריטנס, שטעלט זיך ארויס אז א גרויסער פראצענט פונעם פאלק איז פאקטיש שטארק צופרידן מיט'ן רעפובליקאנער שטייער רעפארם ביל. דערווייל ווערט אבער נאך אלץ פאראויסגעזאגט אז די דעמאקראטן וועלן געווינען פרישע 24 זיצן, גענוג צו קריגן קאנגרעס קאנטראל, וויבאלד אין מידטוירם וואלן, זינט 862', האט די פארטיי פונעם אמטירנדן פרעזידענט פארלוירן א דורכשניט פון 32 זיצן מינימום.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל