וואשינגטאן – די דעמאקראטישע קאנגרעס מינאריטעט פירערין, נענסי פעלאסי, האט נעכטן אפגעהאלטן א זעלטן-געזעענע פיליבאסטער-סארט רעדע אין קאנגרעס, רעדנדיג פאר איבער אכט שטונדן אין א צי, וועלנדיג ציען אויפמערקזאמקייט צו דער אישו פון אימיגראציע און ספעציפיש די דאקא אימיגראנטן. פעלאסי האט אנגעהויבן איר רעדע בערך צען אזייגער אינדערפרי, און האט זיך אפגעשטעלט גענוי 6:11 פארנאכטס, און אין לויף פון די אכט שעה, האט זי נאכאנאנד דערציילט געשיכטעס און פערזענליכע איבערלעבענישן וואס זי האט געהערט פון דאקא אימיגראנטן. זי האט בלויז איינמאל איבערגעהאקט איר רעדע, פארצולייענען א נאטיץ פונעם אפיציעלן "קאנגרעס היסטאריקער", וועלכער האט איר געלאזט וויסן אז זי האט געבראכן א רעקארד אלס די לענגסטע רעדע אין קאנגרעס זינט 1909, ווען קאנגרעסמאן טשעמפ קלארק האט גערעדט 5 שעה און 15 מינוט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל