בעלגיע – פאליציי אין אנטווערפן האבן ארעסטירט א פארשוין, וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין פרובירן אראפצוקלאפן א חסידי'שן איד און זיין קינד אויפן גאס. דער אינצידענט האט פאסירט שבת אינדערפרי, און איז אויפגעכאפט געווארן דורך לאקאלע זיכערהייט קאמערעס, אויף וועלכע מען זעהט דעם שווארצן קאר ארויפפליען אויפן טראטור מיט א ווילדקייט, אויף די איזאבעלאליי גאס, און קומט מיט א שנעלקייט אין ריכטונג פונעם איד און זיין קינד, וועלכע האבן באוויזן אריינצושפרונגען טיפער נאנטער צו די געביידעס, אויסמיידנדיג בחסדי ה' א שרעקליכע פאטענציעלע טראגעדיע. עדות האבן שפעטער דערציילט אז דער דרייווער פונעם קאר איז געווען "אן אויסלענדישער", אבער מער דעטאלן האט מען נישט געהערט, און די פאליציי האבן אויך נישט ארויסגעגעבן דעם אידענטיטעט פונעם דרייווער, וועמען זיי האבן באוויזן צו ארעסטירן דורכ'ן נאכגיין זיין לייסענס פלעיטס.

זעה ווידיא

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל