בערלין – נעכטן האט מען געהערט א סעריע פרישע באשולדיגונגען קעגן די קאמוניסטישע צפון קארעא, הויפטזעכטליך פונעם פירער פון די דייטשע "בי-עף-ווי" שפיאנאזש אגענטור, וועלכער האט געזאגט אז זיי האבן אויפגעדעקט אז צפון קארעא נוצט זייער קאנסולאט אין בערלין, אלס א געצייג וויאזוי צו שאפן וויכטיגע טיילן און מאטעריאלן פאר זייערע מיסילס. לויט'ן בערלינער שפיאנאזש פירער, טוט דער קארעאר קאנסולאט באקומען שטענדיג פעקלעך מיט מאטעריאל, וועלכע מוזן ארויסגעלאזט ווערן פון לאנד אומאונטערגעזוכט, און עס ווערט פארדעכטיגט אז די פעקלעך אנטהאלטן מאטעריאל פאר צפון קארעא'ס מיסילס. באזונדער האט מען נעכטן געהערט א פרישן יו-ען באריכט, אז צפון קארעא האט אין לויף פון יאר 17' פארדינט ארום 200 מיליאן דאלער, פון אומלעגאלע און געהיימע וואפנס, וואס זי האט פארקויפט אויפן שווארצן מארקעט פאר סיריע און מיאנמאר.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל