וואשינגטאן – א שטורעם איז אנטשטאנען, נאכדעם וואס מען איז דערגאנגען אז א קאנגרעסמאן האט געברענגט מיט זיך, אלס גאסט ביי פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע סטעיט אוו די יוניאן רעדע, א באקאנטער נעא-נאצי און האלאקאוסט לייקענער. די רעדע איז פון רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מעט גאועטז פון פלארידע, וועלכער האט געברענגט מיט זיך טשאק דזשאנסאן צו די רעדע, טראץ וואס דזשאנסאן איז א באקאנטער וויסטער אנטיסעמיט און האט שוין ביי א געלעגנהייט געזאגט אז ער האלט אז די האלאקאוסט איז אן אויפגעטראכטע געשיכטע.

קאנגרעסמאן גאועטז'ס אפיס האט געגעבן אן ערקלערונג, אז זיי האבן אריגינעל אוועקגעלייגט א טיקעט פאר'ן קאנגרעסמאן'ס פאטער, אבער נאכדעם וואס דער פאטער איז עפעס געווארן קראנק, האבן זיי געהאט אן אפענעם טיקעט, און דזשאנסאן איז דאס דערגאנגען. דזשאנסאן איז פשוט צוגעקומען צום אפיס פונעם קאנגרעסמאן, גערעדט צו אים שיין און זיך געבעטן אים צו געבן דעם טיקעט. ערשט נאכדעם וואס דער קאנגרעסמאן האט אים אהינגעגעבן דעם טיקעט, האט א שטאב מיטגליד נאכגעזוכט ווער דזשאנסאן איז, און איז דערגאנגען ווער ער איז, אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל