אלס רעזולטאט פון די שטייער רעדוקציעס וואס פרעזידענט טראמפ האט דורכגעפירט, האט דער פינאנציעלער ריז, 'דזשעי-פּי מאָרגן', געמאלדן אז די פירמע וועט העכערן געהאלטן פון אירע אנגעשטעלטע מיט צען פראצענט.

די העכערונג, פון וועלכער ארום 22-טויזנט אנגעשטעלטע וועלן געניסן, וועט בקרוב אריינגיין אפעקט.

אין צוגאב, האט די פינאנציעלע פירמע געמאלדן וועגן דעם עפענען הונדערטער פרישע פיליאלעס איבער'ן לאנד, און צושטעלן פרישע מארטגעדזש-פראגראמען פאר קלענערע ביזנעסער.

אלעס אינאיינעם, וועט 'דזשעי-פי מארגן' אינוועסטירן ארום צוואנציג-ביליאן דאלאר אין דער אמעריקאנער עקאנאמיע.

בילד: 'דזשעי-פי מארגן' העכערט געהאלט נאך שטייער שניטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל