א וועכטער אין דער 'מעטראפאליטען דיטענשאן צענטער', א פעדעראלע טורמע אין מאנהעטן, איז אנגעקלאגט געווארן אינעם פייניגן אן ארעסטאנטקע וואס איז געווען אונטער זיין רשות.

קארלאס מארטינעז ווערט באשולדיגט אינעם אויסניצן זיין פאסטן אין דער תפיסה זיך צו איזדיעקעווען אויף א ברוטאלן און געמיינעם אופן אויף א פרוי, וועלכע איז ארעסטירט געווארן אויף דראג-באשולדיגונגען, און זי דאן ווארענען קעגן דערציילן עמיצן דערוועגן, דראאענדיג איר צו פארשפארן אין אן איינזאמען, קליינעם צעל.

די ארעסטאנטקע, וועלכע געפינט זיך אומלעגאל אין די פאראייניגטע שטאטן, האט ווירקליך געשוויגן פאר עטליכע חדשים, ביז זי האט זיך אנגענומען מוט און מיטגעטיילט וועגן אירע ליידנס מיט א באאמטן.

אין פאל מארטינעז וועט געפינען ווערן שולדיג, קען ער באקומען ביז לעבנסלענגליכער טורמע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל