די פאראייניגטע שטאטן איז דורכאויס דעם פארלאפענעם יאר פון 17' באפאלן געווארן דורך א צאל גרויספארנעמיגע קאטאסטראפעס, ווי שטורעמס, פייערס, האגל, טרוקענישן, און פארפלייצונגען, וועלכע האבן גורם געווען רעקארד-גרויסע שאדנס געשאצט אויף איבער 300-ביליאן דאלאר.
דאס לאנד האט איבערגעלעבט זעכצן נאטירליכע קאטאסטראפעס, וועמענס שאדנס האבן יעדע איינע באטראפן לכל הפחות א ביליאן דאלאר. דערצו זענען געווען דריי ווילדע שטורעם-ווינטן, און עטליכע ברייט-פארשפרייטע וואלד-פייערס אינעם מערב-ראיאן פון לאנד.
אין דורכשניט, ליידט די פאראייניגטע שטאטן א יערליכן שאדן פון ארום פערציג-ביליאן דאלאר, וואס קומט פון פארשידנערליי נאטירליכע קאטאסטראפעס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה