וואשינגטאן – נעכטן איז פארגעקומען א טאפלטע צערעמאניע אינעם סענאט, וואו דער וויצע פרעזידענט מייק פענס איז אראפגעקומען און איינגעשוואוירן צוויי נייע סענאטארן. די צוויי ניי-איינגעשוואוירענע זענען דאג דזשאונס פון אלאבאמא, דער דעמאקראט וועלכער האט באזיגט דעם רעפובליקאנער קאנדידאט ראי מאור, זייענדיג דער ערשטער דעמאקראט אין מער ווי 25 יאר צו געווינען אן אלאבאמא סענאט זיץ – און דער צווייטער איינגעשוואוירענער איז טינע סמיט פון מינעסאטע, וואס האט איבערגענומען דעם זיץ פון דעמאקראט על פרענקען, וועלכער האט רעזיגנירט צוליב א סעריע סקאנדאלן. אנוועזנד ביי די טאפלטע איינשווערונגען, זענען געווען צוויי געוועזענע וויצע פרעזידענטן, וואלטער מאנדעיל און דזשאו ביידען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל