מיינע געדאנקען לכבוד דעם יום הפרנסה


לכבוד דעם יום הפרנסה ג' בשלח, ווען עמך ישראל הצריכין פרנסה בעטן זיך אויס ביים טאטן אין הימל השפעות טובות בעניני פרנסה, וויל איך בעטן רשות צו פארעפענטליכן מיינע פערזענליכע געדאנקען דא אויפן וועלט, ווי אנשי שלומינו האבן א רעכט אויסצודריקן זייערע מיינונגען במילי דשמיא ובמילי דעלמא, אבער ווי פארשטענדליך בין איך נישט דא אויסן צו ציען מסקנות אויף קיין שום ענין, און איך זאג נאר וואס עס ליגט מיר שוין אויפן הארץ א לאנגע צייט, און ווער עס וויל קען זיך קריגן מיט מיר און זאגן אנדערש, ער דארף מיר ניטאמאל מסביר זיין זיין שטעלונג.

און איך וועל ענדיגן מיין הקדמה מיט די ווערטער פון הג"ר אליהו ז"ל בעל ספר הברית (אין ס' הברית, נאכן אראפברענגען עטליכע קאנטראווערסיאלע עניני רפואות): 'ועתה אחי ועמי, הנה ערכתי לפניכם כל דבר שורש של הרפואה הנזכר, ואת כל מעשהו וכל אופניו, אך דעו נא רבותי כי אין אני אומר אלא דעתי ומה שידעתי, לא קבלו דעתי כי מה אני, ולי יש לדעת כי אנכי תולעת, והיה כל הרוצה ישאל לרב שבעירו ויתיעץ עם הרופא אשר במקומו, ואני אך דורש טוב לעמי ודובר שלום לכל זרעו עכ"ד הנצרכים לענינינו, והנמשל מובן.

און נאך א הקדמה: איך בין ליידער נאכנישט ביי דעם מדריגה וואס איך רעד דא ארום, נאר איך פראביר מיר צו שטארקן און מטיב זיין מיינע דרכים, און אזוי טראכטנדיג איז מיר ארויף אויפן געדאנק דעם מחשבה, און כ'האף אז דאס מפרסם זיין מיינע געדאנקען וועט מיר פערזענליך געבן א שטופ אויפן סולם העולה בית א-ל, ומי יתן והי', אכי"ר.

צום ערשט הערט אויס א קליינע מעשה'לע, עס איז אמאל געווען א סוחר וואס האט געהאט א גרויסע שפילצייג געשעפט, ער האט געהאט א איינציג קינד וואס איז ווי פארשטענדליך געווען שטארק געצערטלט, און יעדע נייע שפילצייג וואס איז ארויסגעקומען אויפן מארק, איז ביז אפאר שעה געווען א חלק פונעם קינד'ס רייכן שפילצייג שאפע, דער קינד האט אמאל געזעהן ווי ביי זיין טאטן אין געשעפט ליגט א הערליכע שפילצייג, וואס דער קינד - נאכן עס זעהן ביי אן אנדערן שפילצייג געשעפט אין שוי-ווינדאו - האט שוין פאר א לאנגע צייט געהאט א שטארקן רצון צו האבן אין באזיץ אזא סארט שפילצייג.

דער קינד ווייסט אז דער שפילצייג קאסט פארן טאטן נישט מער ווי פופציג סענט (+ טעקס - ווי פארשטענדליך...), און אויך ווייסט ער אז דער טאטע איז א גרויסער עושר, און ער האט דער מעגליכקייט אן קיין שום פראבלעם צו אויפרייסן איין שאכטל און עס געבן פאר זיין קינד, דער טאטע געט שטענדיג פאר די נעפיוס און ניסעס פיל טייערערע מתנות אן קיין טראכטן צוויי מאל, אבער דער קינד, זייענדיג א קינד און נישט האבנדיג דאס מינדעסטע שכל, האט נישט פארשטאנען אז ער דארף יעצט צוזאמשטעלן די פאלגענדע פאקטן:

1) זיין טאטע איז א גאר גרויסער עושר, און עס איז פאר אים ווינציגער ווי א שפיי אין וואסער צו געבן פאר זיין בן יחיד די מתנה.

2) ווען ער זאל נישט זיין א עושר, איז אבער די דאזיגע שפילצייג א גאר ביליגע מתנה, וואס וואלט פאר א יעדן מענטש געווען א פארגעניגן נאכצוקומען זיין קינד'ס פארלאנג, און אים צושטעלן
אזא זאך פאר אזא ביליגן פרייז.

3) ער איז א בן יחיד, און ער איז זיין טאטע'ס איינציגסטע נחת'ל, און ווען ער רופט זיין טאטן - זאל עס זיין אינמיטן דעם וויכטיגסטן ביזענס מיטינג - וועט ער צוקומען צום טעלעפאן מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט, און וואס ער וועט בעטן וועט ער גראד באקומען.

4) זיין טאטע דארף ניטאמאל ארויסגיין פון זיין טייערן קאר צו שאפן דעם שפילצייג, בלויז אויפהייבן א טרייבל פון זיין פריוואטן קאבינעט אויפן אויבערשטן שטאק פונעם געשעפט, און געבן א רוף דעם ספאנישן רוימער און אים בעטן ער זאל ברענגען דעם ספעציפישן געשאנק פון יענע און יענע אייל.

נאכן מאכן א ס"ה אויף די אלע פאקטן, דארף דער קינד טוהן בלויז איין זאך, נעמליך, אויפהייבן א טעלעפאן און געבן א רוף צו זיין טאטן געשעפט, דרוקן דעם עקסטענשאן צו זיין טאטן אין אפיס, און בעטן ער זאל אהיימברענגען דעם מתנה און עס בלייבט אים נאר איבער צו אויסווארטן ביז ביינאכט, און דער טאטע וועט אים דאס ברענגען, אדער גאר קען ער אריבער גיין אין געשעפט און עס אויפ-פיקן.

גייט דער קינד און אנשטאט טוהן צום זאך, נעמט ער אונטער א נארישן שריט, ער בעט זיין מאמען אז זי זאל מוחל זיין, און דאס קומענדיגע מאל וואס זי זעהט אז דער טאטע איז אין א גוטע גיסטע, זאל זי אים אזוי אריינווארפן אז דער קינד וויל בעטן אז מען זאל אים געבן דעם שפילצייג.

דאס איז דאך דאס נארישסטע וואס קען זיין, אזא פראטעקציע איז גוט ווען דער קינד דארף א טויזנט דאלערדיגן אומוויכטיגן שפילצייג, אזא פראטעקציע אין אזא אויבן-דערמאנטן פאל, איז זייער נאריש, ווייל דאס מאכט פילן דעם טאטן ווי ער איז עפעס א פרעמדער מענטש צו וועמען דער קינד האט נישט קיין סאך שייכות, און מוז צוקומען צו אים דורך דעם מאמע'ן, דער טאטע האט דאך אבער פארט ליב דאס קינד און אפילו אזוי ברענגט ער אים אהיים וואס ער דארף, אבער מיר פארשטייען זיינע געפילן און מיר שטעלן זיך פאר ווי עס באדערט אים.

נאר וואס דען, אויב דער קינד וויל שטארק דעם מתנה, קען ער נאכן אנרופן זיין טאטן און אים פערזענליך בעטן, אויך בעטן זיין מאמע, אז זי זאל אויך בשעת'ן רעדן צום טאטן אים דערמאנען ער זאל ממלא זיין דאס קינד'ס רצון, אבער ווי דערמאנט, קודם דארף ער טאן דעם נארמאלן און גראדן וועג.

טייערע אידן דער נמשל איז לענ"ד זעלבסט פארשטענדליך, מיר מוזן גלייבן (צו מיר זענען קלוג צו נישט - זענען פארהאן דרייצן עיקרים) אז 'הבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים', און ווי אויך אז 'הבורא יתברך שמו לו לבדו ראוי להתפלל ואין לזולתו ראוי להתפלל', און זאל זיין וואס עס זאל זיין איז נאר דער באשעפער דער וואס האט די מעגליכקייט אונז צוצושטעלן אלעס, און ווי שטארק מיר פארשטייען דעם משל, איז דער בוכ"ע פאר אונז מיליאנען מאל אזויפיל.

1) דער בוכ"ע איז משפיל גאים ומגביה שפלים, און ער איז דער זן ומפרנס לכל חי, מקרני ראמים עד ביצי כנים און כולא קמיה כְּלָא, עס איז נישט פארהאן ביי אים אזא מושג ווי עס איז צו פיל וכדו'.

2) עס איז ביי אים ווינציגער ווי א שפיי אין ים (לשבר את האוזן - וכמובן עוד יותר מזה) צוצושטעלן אונזערע אלע געברויכן און פארלאנגען 'וויכטיגע ווי אומוויכטיגע'.

3) יעדער איד איז א חלק אלקי ממעל און אן עולם מלא ביי השי"ת (עיי' באר מים חיים משפטים [כ"ב ב'] באריכות), און עס איז ביי השי"ת כביכול א פארגעניגן ממלא צו זיין דעם ווילן פון א יעדן איד, און אין וועלכן מצב ער זאל נאר נישט זיין.

4) הקב"ה מלא כל הארץ כבודו, מיר זאגן און די אקדמות 'ובלא לאו שכלליה', און עס איז נישט אין קיין שום מינדעסטע גדר פון אנשטרענגונג ח"ו פאר כביכול צו טאן דאס אויבן דערמאנטע.
ממילא, ווען אימער, על כל נשימה ונשימה, און בפרט ווען מיר דערזעהן זיך שוין ליידער אין א מצב פון א געברויך נאך א ישועה אין א געוויסע זאך, צו איז דאס אין פרנסה, צו אין געזונט וכו', איז דער בוכ"ע ווי פארשטענדליך דער פאסיגער, און איינציגער אדרעסס דערפאר.

אבער דא קומט מיין נקודה. עס איז דא פאר אונז אויסגעטרעטן א וועג - לשבר את האוזן, למשל אן עקסטענשאן - צוצוקומען צום אייבערשטן און בעטן, און דאס איז ביי די דריי מאל א טאג ווען מיר דאווענען, איז אין דעם שמו"ע נכלל אלערליי בקשות, און ווען מען האט אינזין די ווערטער וועט מען זיכער טרעפן כמעט אלע ספעציפישע בקשות וואס מיר ברויכן, און אויב איז דא וואס נישט, איז פארהאן א ווארט פון צדיקים, אז ביי שמע קולינו / יהיו לרצון (סוף שמו"ע), קען מען בעטן אין אידיש ביים טאטן אין הימל, און ער וועט ממלא זיין אונזערע פארלאנגען, (און אויף פרנסה ספעציפיש איז אינזינען האבן וואס מ'רעדט בשעת'ן בענטשן 'ברכת המזון', שטארק מסוגל דערויף כידוע).

אבער מיר האבן דאך א געטרייען טאטן, און צדיקים האבן אונז אנטפלעקט דעם סוד, אז געוויסע זמנים און געוויסע ענינים, זענען מסוגל אויף א ספעציפישע זאך, און עס וועט מער אויפטוהן אויף דעם געביט ביים טאטן אין הימל, און אין דעם איז נכלל דאס זאגן פ' המן אויף פרנסה, פרק שירה אויף פילע ישועות, וכו' וכו', אבער דאס אלעס איז נאר נאכדעם ווי מען האט שוין אויפגעהויהן די הענט צום בוכ"ע ביי שמו"ע, און אים געבעטן אז ער זאל אונז נאכגעבן אונזערע בקשות, דאס איז דער נארמאלער גראדער מיטל, און נאכדעם קען מען, ליתר שאת, צולייגן די זייטיגע מיטלען - וואס זענען אלע ממקור קדוש יצאון און זענען בדוק ומנוסה - אבער נאכאמאל, קודם דער גראדער וועג פון דאווענען מיט כונה דריי מאל א טאג, און (זיך וואשן צו ברויט כאטש איינמאל א טאג און) בענטשן מיט כונה הרצוי', און נאכדעם צולייגן די אנדערע - זייטיגע - אבער הייליגע און מקובלדיגע סגולות.

עס איז פארצויגן געווארן פיל לענגער ווי מיין לכתחילה'דיגן פלאן, מוז איך זיך אפשטעלן אינמיטן און איבערלאזן נאך פרטים אויף אן אנדערן מאל, אבער צום שלוס א קליינער פאקט פון מיין אייגענער ערפארונג, אין די לעצטע דריי פיר יאר זייט מיין געדאנק האט גענומען אין באטראכט דעם ספעציפישן מהלך המחשבה, בין איך שוין כמ"פ פערזענליך געווען אין א דילעמא / פראבלעם, אויף פארשידענע אופנים, גרעסער און קלענערע, עפ"ר ב"ה נישט קיין ערנסטע, נאר אזעלכע וואס מאכן זיך כסדר ביי יעדן וכו', און טראכטנדיג פון טוהן א סגולה וכו', האב איך אנגענומען א שטיקל תיקון אין מיין יעדן טאגעדיגן דאווענען, און ב"ה געזעהן א באלדיגע ישועה, וכן יעזור ה' להלאה.

ווי געזאגט קענט איר זיך דינגען מיט מיר און זאגן אייער פארקערטע - אדער אנדערע - מיינונג, אבער דאס איז לע"ע מיין מיינונג, און איך מיין אז איך בין - עכ"פ אויף פינף און ניינציג פראצענט - גערעכט.

ויה"ר מלפני אבינו שבשמים 'שתכתבנו בספר פרנסה וכלכלה, שנה זו וכל שנה ושנה, לנו ולכל בני ביתנו, במלוי וברוח, ולא באסור ולא בעמל וטרח, בנחת ובשלוה ובהשקט ובטח, כדי שנוכל לעבד עבודת הקדש בקדשה ובטהרה בלי שום טרדא, פרנסה שלא יהיה בה שום בושה וכלמה, ואל תצריכנו לידי מתנות בשר ודם, כי אם מידך הפתוחה והקדושה, והצליחנו והרויחנו בכל למודנו ומעשה ידינו ועסקנו, ויהיה ביתנו מלא ברכת ה', ונשבע לחם ונהיה טובים, אמן כן יהי רצון' (מתוך התפלה לליל ראש השנה באבינו מלכינו).

והי' בזה שלום


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל