לאנדאן – פרישע העצע האט מען געהערט אין די טעג קעגן דעם ערליכן חינוך אין לאנדאן, ווען די לאקאלע קאונסיל באאמטע פון דער העקני געגנט האבן פובליצירט א בריוו אין וועלכע זיי ברענגען ארויס אז ס'זענען פאראן מער ווי טויזנט קינדער וואס לערנען אין אידישע מוסדות התורה וואס האבן נישט קיין לייסענס פון דער רעגירונג. דער העקני שטאטישער קאונסיל האט פובליצירט דעם בריוו אין ריכטונג פון דעם צענטראלן רעגירונג ערציאונגס מיניסטעריום, זאגנדיג אז דער מיניסטעריום מוז נעמען באלדיגע שריט, איינצושטעלן שטרענגע רעגולאציעס אין די אידישע מוסדות.

עס ווערט ערקלערט דורך עסקנים אז די סיבה וואס די מוסדות אין העקני האבן נישט קיין רעגירונג לייסענס, איז צוליב וואס זיי ווילן נישט לערנען די אלע סעקולערע לימודים וואס די רעגירונג צווינגט אויף זיי ארויף צו לערנען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל