עטליכע גרעסערע צענטראלע דייטשע פאליטישע פארטייען האבן אויפגעברענגט א געזעץ-פארשלאג, ארויסצואווארפן פון לאנד אימיגראנטן וואס העצן קעגן אידן.

די פארטיי פון דער פרעמיער מיניסטארשע, אנגעלא מערקל, שטיצט דעם פארשלאג, וואס וועט צילן אימיגראנטן מיט אנטיסעמיטישע אנשויאונגען, אריינגערעכנט אזעלכע וואס ווערן מאסקירט אלס "אנטי-מדינת ישראל."

דאס געזעץ, וואס זאגט נישט קלאר וועמען עס מיינט, צילט בעיקר אראבישע און איסלאמישע אימיגראנטן פונעם מיטל-מזרח, וועלכע קומען אין די לעצטיגע יארן קיין דייטשלאנד אין די מאסן, און ברענגען מיט זיך מיט אנטי-אידישע פאראורטיילן.

ארום א מיליאן אזעלכע אימיגראנטן זענען אנגעקומען קיין דייטשלאנד בלויז אין די לעצטע צוויי יאר, און שטודיעס ווייזן אז די ראטע פון שנאת ישראל צווישן די ניי-געקומענע שטייט ביי אלארמירנדע שטאפלען.
בילד: דייטשלאנד באטראכט געזעץ ארויסצואווארפן אנטיסעמיטישע אימיגראנטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל