אין זיין יערליכער 'סטעיט אוו די סטעיט' רעדע, האט גאווערנאר קאומא פארזיכערט די שטאטישע איינוואוינערס אז ער וועט זיך נעמען פאררעכטן דעם פעלערהאפטיגן, צוריקגעשטאנענעם סאבוועי-סיסטעם.

דער שטאטישער סאבוועי-סיסטעם פארמאגט א שלעכטע רעפוטאציע, און נישט אומזיסט. די אינפאסטרוקטור איז אלט און אויסגעוואקסן, און דערצו זענען די וואגאנען וואקלדיג, נישט פינקטליך און איבערגעפילט.

"אונזער הונדערט-יעריגער סיסטעם נויטיגט זיך דרינגענד אין אויסבעסערונג," האט קאומא דערקלערט. ווי עס איז, "פארמאגן מיר פערציג-יעריגע וואגאנען און אן אכציג-יעריגן עלעקטרישן סיסטעם."

דער גאווערנאר האט אונטערגעשטראכן אז דער פראבלעם ליגט נאר אין געלט, אבער האט פארזיכערט אז ער וועט טאן דערצו צו שאפן די נויטיגע פאנדן, וואס פעלן זיך אויס צו פינאנצירן די ארבעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל