ניו העמפשיר. – רעקארד פרעסטן הערשן אין רוב טיילן אמעריקע, און קעלט און ווינטן-ווארענונגען זענען אין אפעקט אין פילע סטעיטס, אנגעהויבן פון אהייא און געענדיגט אין פענסילוועניע, אריינגערעכנט ניו יארק, און באזונדער איז געפאלן א פארפרוירענע רעגן אין מיזורי. די ביטערע פרעסטן האבן שוין געפירט צו אכצן פאטאליטעטן אין די לעצטע פאר טעג, אריינגערעכנט 4 אין נארט קאראליינע טראפיק עקסידענטן און 3 אין טעקסאס. די פרעסטן האבן אויך געפירט דערצו אז אין זעקס סטעיטס זענען הונדערטער סקולס אפגעשפארט אין די יעצטיגע טעג, און פובליק טראנזיט סערוויס זענען סוספענדירט. די קעלטסטע איז געווען אין ווערמאנט נעכטן, וואו ס'איז געווען פופציג אונטער זערא, און אין ניו העמפשיר זענען געווען ווינטן ביי 99 מייל פער שעה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל