אסעמבליפרוי פאמעלא העריס, וועלכע פארטרעט טיילן פון ברוקלינ'ס דרום דיסטריקט וואס נעמט צווישן אנדערן אריין קאוני איילאנד און בעי רידזש, איז אנגעקלאגט געווארן אין באשווינדלען די רעגירונג מיט געלטער געווידמעט מענטשן וואס האבן געליטן שאדנס פון האריקעין סענדי.

'סענדי' איז געווען איינער פון די שווערסטע שטורעמס וואס האט באטראפן די שטאט, און האט אנגעמאכט גרויסע שאדנס, בפרט ביי די געגנטן פון ניו יארק וואס שטייען נעבן וואסער.

די באשולדיגונג טענה'ט, אז פרוי העריס, וועלכע איז שפעטער געלאפן און געוואונען אן אסעמבלי-זיץ, האט אפליקירט פאר הילף פון 'פימא' און אנדערע פעדעראלע אגענטורן, אנגעבנדיג אז איר הויז אין קאוני איילאנד איז צעשטערט געווארן אינעם שטורעם. למעשה, איז איר הויז געבליבן גאנץ, און זי האט געניצט דאס געלט, וואס האט געדארפט גיין צו פאררעכטן געשעדיגטע הייזער, אויף שוואוילטאג.

אלעס אינאיינעם האט העריס אנגעבליך באקומען זעכציג-טויזנט דאלאר. זי איז ארויסגעלאזט געווארן אויף 150-טויזנט בעיל און דערווארט א משפט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל