פארטלאנד – א שטורעם איז אנטשטאנען איבער'ן לאנד, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז דער פירער פון א קליין שטעטל אין דער סטעיט מעין, איז א וויסטער ווייסער ראסיסט און סעפעראטיסט. די רעדע איז פונעם שטעטל דזשעקמאן, וואו דער טאון מענעדזשער טאם קאוודזשינסקי האט לעצטנס געמאכט פובליק קאמענטארן, ביי וועלכע ער האט אראפגעריסן דאס מוסולמענער גלויבן מיט מיאוס'ע אויסדרוקן, און האט גערופן אז "מ'מוז פרעזערווירן די ווייסע ריינע אייראפעאישע" אפשטאם אין אמעריקע. לאקאלע ערוויילטע פאליטישאנס האבן אויסגעדרוקט שאק און אויפברויז נאכדעם וואס די קאמענטארן זענען פארשפרייט געווארן, און קאוודזשינסקי אליין האט זיך געאייסערט, אז הגם ער דערווארט אז מ'וועט אים ארויסווארפן, ציט ער אבער פארט נישט צוריק פון זיינע קאמענטארן. די לאקאלע ערוויילטע וועלן זיך טרעפן מיט קאוודזשינסקי היינט, צו באשליסן וואס צו טאן.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל