אידישע וועטער באריכט


ענדליך האבען מיר געהאט א ברעיק פון די קאלטע וועטער. היינט נאכט קומט אבער די רעגן אן. פרייטאג זעהט אויס צו זיין ווארעם, אבער רעגענדיג. די רעגן קען פאלן שווער, פון צייט צו צייט. איינס צו דריי אינטשעס רעגן, און מיט שניי וואס צולאזט זיך אויף די זעלבע צייט, מיינט אז פלאדינג איז זייער מעגליך. פרייטאג צונאכטס רעגנט ווייטער, אבער עס ווערט שוין אסאך קעלטער. קאלטע לופט פליסט אריין אונטער די שטורם, און עס זעהט אויס ווי די רעגן וועט זיך טוישען צו אייז און שניי אפסטעיט שבת פארטאגס, און אפילו אין שטאט קען זיך עס ענדיגן ווי אביסעל אייז אדער שניי שבת צופרי. שבת נאכמיטאג קען די זון ארויסקומען, אבער עס ווערט ווינטיג און אסאך קעלטער. מוצאי שבת און זונטאג וועלען זיין שטארק קאלט, און קומענדיגע וואך גייען מיר צוריק צו מער ווינטער וועטער, מיט א גוטע מעגליכקייט פאר שניי דינסטאג אדער מיטוואך. די קעלט וועט אבער נישט זיין אזוי אויסערגעווענליך ווי די לעטצע פאר וואכן.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☁️/🌧50
פרייטאג-☔️💨60
פרייטאג צונאכטס-☔️37
שבת-🌧?🌨/🌤42⬇️32
מוצאי שבת-🌛☁️18
זונטאג-🌤28
מאנטאג-🌤30
דינסטאג-❄️?32
מיטוואך -🌤28
דאנערשטאג -🌤28

לעיקוואד
היינט נאכט-☁️/🌧55
פרייטאג-☔️💨62
פרייטאג צונאכטס-☔️38
שבת-🌧/🌤42⬇️35
מוצאי שבת-🌛☁️16
זונטאג-🌤29
מאנטאג-🌤32
דינסטאג-❄️?34
מיטוואך -🌤30
דאנערשטאג -🌤28

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-☁️/🌧52
פרייטאג-☔️💨58
פרייטאג צונאכטס-☔️⬅️❄️32
שבת-❄️/🌤34⬇️25
מוצאי שבת-🌛☁️6
זונטאג-🌤24
מאנטאג-🌤24
דינסטאג-❄️?28
מיטוואך -🌤25
דאנערשטאג -🌤26

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט-☔️43
פרייטאג-☔️💨45
פרייטאג צונאכטס-❄️💨18
שבת-❄️💨18
מוצאי שבת-🌛8-😨25-
זונטאג-🌤0
מאנטאג-🌤5
דינסטאג-🌨14
מיטוואך -🌨14




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל