אייראפע – עטליכע קוועלער אינערהאלב די שפיאנאזש און זיכערהייט קרעפטן פון אייראפעאישע לענדער, האבן נעכטן געזאגט פאר "רויטערס", אז די רוסישע רעגירונג האט אין די לעצטע פאר חדשים שטילערהייט געשיקט אויל פאר דער קאמוניסטישער צפון קארעא, און דערמיט האבן זיי פארלעצט אינטערנאציאנאלע יו-ען סאנקציעס. די קוועלער האבן דערציילט אז די אויל שיפמענטס פון רוסלאנד קיין צפון קארעא זענען געמאכט געווארן דריי מאל אין לויף פון אקטאבער און נאוועמבער, און רוסלאנד האט עס געטאן דורכ'ן ליפערן אויל פון רוסישע שיפן דירעקט צו קארעאר שיפן, אינמיטן ים, אזוי אז די רוסישע שיפן זאלן נישט געזען ווערן פארנדיג נאענט צו צפון קארעא טעריטאריע. רוסלאנד לייקנט די באריכטן.

בילד: רוסלאנד שיקט אויל פאר צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל