האנדורעס – נעכטן האט מען געהערט אז א שטארק-לינקער פאליטישאן וועט ווארשיינליך דערקלערט ווערן אלס דער געווינער פון די פרעזידענט וואלן אין האנדורעס, איבערראשנדיג יעדן איינעם וואס האט מיטגעהאלטן דעם וואל קאמפיין, ווען אלע אנקעטעס האבן פאראויסגעזאגט אז דער אמטירנדער פרעזידענט וועט געווינען. מיט 57 פראצענט פון די שטימען אפגעציילט נעכטן נאכמיטאג, האט דער לינקער סאלוואדאר נאסראלא געהאט מיט 5 פראצענט מער שטימען ווי דער אמטירנדער פרעזידענט כואן ארלאנדא הערנענדעז, און נאסראלא האט זיך דערקלערט אלס דער נייער פרעזידענט פון האנדורעס. אויב וועט נאסראלא טאקע געווינען, וועט דאס זיין א שטארקע אויפשאקלונג אין האנדורעס, וויבאלד נאסראלא איז אן עקסטרעם-לינקער און איז ביז יעצט געווען נישט מער ווי א מידיא פיגור, אינדערצייט וואס דער אמטירנדער פרעזידענט איז געווען א שטייפער אנטי-קרימינאלער פרעזידענט און איז געווען גאר נאענט אליאירט מיט די פאראייניגטע שטאטן. עס איז שטארק מעגליך אז נאסראלא וועט אלס פרעזידענט זוכן זיך איינצורייסן מיט אמעריקע, אויפ'ן שטייגער ווי דער פיליפינער פרעזידענט דוטארטעי און דער ווענעזועלער פרעזידענט מאדורא.

בילד: לינקער פאראויס אין האנדורעס פרעזידענט וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל