אין די לעצטע טעג קוקט אויס אז דער געוועזענער נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער פאר פרעזידענט טראמפ מייקל פלין גרייט זיך צו קאאפערירן מיט דעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מיולער קעגן זיין געוועזענעם בעל הבית, דאס קומט נאכדעם וואס זיינע אדוואקאטן האבן אפגעהאקט פארבינדונגען מיט פרעזידענט טראמפ׳ס לעגאלע שטאב און געזאגט אז זיי באטראכטן צו ארבייטן אינאיינעם מיט די ספעציעלע אויספארשער צו ארויסראטעווען פלין פונעם פלאנטער און זוכן נישט צו באשיצן טראמפ.

דאס קומט נאכדעם וואס דער ספעציעלער אויספארשער האט באווייזן איבער ערנסטע פארלעצטוגען וואס פלין איז באגאנגען אין די צייט וואס ער האט געדינט אלס פאליסי ראטגעבער פאר טראמפ ביים קאמפיין, און האט אין די זעלבע  צייט געדינט אלס אגענט פאר אויסלענדישע רעגירונגען, אזוי ווי טערקיי און רוסלאנד, און ער האט נישט באריכטעט דערוועגן פאר ער האט באקומען זיין פאזיציע אין רעגירונג אזוי ווי דאס געזעץ פארלאנגט.

היינט איז באריכטעט געווארן אז די אויספארשער קוקן אריין אין זיין ראלע וואס ער האט געשפילט אין א פראיעקט פון א רוסישע פירמע צו בויען נוקלעארע רעאקטערס אין מיטל מזרח, און פלין איז פערזענליך אראפגעפארן קיין מדינת ישראל און עגיפטן צו שטופן די פראיעקטן, טראץ וואס ער איז שוין דאן געווען אן אפיציעלער ראטגעבער פאר׳ן פרעזידענטליכן קאנדידאט דאנעלד טראמפ.

די פראיעקט האט געזאלט פינאנצירט ווערן דורך רוסישע אינוועסטירער און געבויעט ווערן דורך כינעזער בוי פירמעס, און פלין האט פארטראטן צווי פירמעס אין וואשינגטאן וועלכע האבן געשפילט א ראלע אינעם פראיעקט, אבער פלין האט נישט דערמאנט דעם פאקט אין די ספעציעלע דאקומענטן וועלכע ער האט אריינגעגעבן צו באקומען ״סעקיוריטי קליערענס״ און אזוי אויך אין זיינע פארהערן צו ווערן דער נאצינאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער.

בילד: פרישע באשולדיגונגען קעגן מייקל פלין איבער אינטערנאַציאָנאַלע האנדלונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל