וואשינגטאן – דער סענאט האט זיך נעכטן פאראויסגערוקט מיט זייערע פלענער צו באשטעטיגן א היסטארישן שטייער רעפארם ביל, און זיי זאגן אז זיי האפן די וואך צו שטימען אויפ'ן ביל און דערנאך ארבעטן אויסצוגלייכן די דיפערענצן צווישן זייער ביל און די ווערסיע וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט מיט עטליכע וואכן צוריק. די רעפובליקאנער דארפן נאר האבן 50 סענאטארן צו שטימען דערויף, ווייל זיי קענען אריינברענגען וויצע פרעזידענט פענס צו דינען אלס 51'סטע שטימע אז דער ביל זאל קריגן א רוב. עס זענען דא 52 רעפובליקאנער סענאטארן, און צוויי (סענאטאר ראן דזשאנסאן פון וויסקאנסין און סענאטאר סטיוו דעינס פון מאנטענא) האבן שוין דערקלערט אז זיי זענען קעגן דעם ביל, וואס באדייט אז די רעפובליקאנער קענען מער נישט פארלירן קיין איינציגע שטימע. פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אנערקענט אז עס זענען דא זאכן אינעם סענאט ביל וואס מ'דארף איבערארבעטן און פאררעכטן, און ער איז נעכטן געזעסן אין ווייסן הויז מיט א גרופע סענאטארן, צו ארבעטן אויף די טוישונגען.

בילד: סענאט רוקט פאראויס שטייער רעפארם ביל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל