וואשינגטאן – מען האט אנגעהויבן הערן ערנסטע שפעקולאציעס אז פרעזידענט טראמפ וועט מעגליך שטעלן זיין טאכטער, די פרוי פון דזשעראד קושנער, אלס נייע אמעריקאנער אמבאסאדארשע אינעם יו-ען. די שפעקולאציעס קומען אינדערצייט וואס באריכטן צייגן אז קושנער און זיין פרוי שפירן זיך אויסגעשלאסן און איזאלירט אין ווייסן הויז, זינט דזשאן קעלי איז אריינגעקומען אלס שטאב הויפט און אנגעהויבן מאכן סדר. די באריכטן צייגן אזוי ווייט אז די צוויי קלערן פון זיך אוועקציען פון וואשינגטאן און אינגאנצן אויפגעבן מיט זייערע יונגע קאריערעס אין אמעריקאנער פאליטיק. דער "ניו יארק טיימס" האט געברענגט פון שפאקולאנטן אז א גוטע וועג וויאזוי טראמפ קען פארשיקן זיין טאכטער פון ווייסן הויז און זיכער מאכן אין דער זעלבער צייט אז זי ווערט נישט פארשעמט, וועט זיין איר צו שטעלן אלס אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדאר. דאס וועט צושטאנד קומען אויב טראמפ וויל פטור ווערן פון רעקס טילערסאן אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, און טראמפ וועט נעמען די יעצטיגע יו-ען אמבאסאדארשע ניקי העילי צו ערזעצן טילערסאן. דערווייל איז אבער אלעס בלויז שפעקולאציעס.

בילד: טראמפ'ס טאכטער אלס יו-ען אמבאסאדאר?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל