בלומינגראָוו. — ראָב דזשעראָלאָמאַן (Robert Jeroloman), דער מעיאָר פון ווילעדזש–אָוו–סאַוט–בלומינגראָוו, האָט געווינען דעם סופּערווייזער אַמט פונעם טאַון–אָוו–בלומינגראָוו, וואו ער איבערנעמען די פירערשאַפט פאַרפליכטונגען פאַר קרוב צו 20,000 איינוואוינער אין אַ טאַון וועמענס פּאָפּולאַציע נעמט אַריין אַ ברייטע געמישעכטס פון מיט אַ שטייגענדע צאָל פון ניו יאָרקער רייזענדע, לאָקאַלֹע ביזנעס איניציאַטורן, פאַרמערס, און געוועזענע און יעצטיגע ניו יאָרק סיטי פייערלעשער מיטגלידער, עטליכע פון זיי וועלכע האָבן זיך אריבערגעצויגן אַהין נאָך סעפּטעמבער– 11 .

די וויילער אַרויסגאַנג איז געווען זייער הויך, און די ענדגילטיגע ציפערן — וואס וועלן אַרויסקומען אין עטליכע וואָכן ארום — וועלן וואַרשיינליך ווייזן אַ נייע "טוירנאַוט" רעקאָרד.

בלומינגראָוו'ס קאָמפּריהענסיוו–פּלען איז אַפּדעיטעד געוואָרן היי–יאָר, מיט אַן אויג צו קלוגע וואוקס און באַשיצן דעם דאָרפישן כאַראַקטער. ביידע ווילעדזשעס אַפּדעיטן יעצט זייערע קאָמפּריהענסיוו–פּלענס. דער שטויס פאַר אַ מער נוצבאַרע שטייער–באַזע האָט געברענגט עטליכע גרויסע נייע ביזנעסער, און צו רעזאָנען אַלס לייכטע אינדוסטריע איר טייל פון די 258 "סענטראַל אָרענדזש דעוועלאָפּמענט עיריע" וואָס זי פאַרמאָגט מיט'ן טאַון–אָוו–טשעסטער.

דֿי טאַון'ס נייע קאָמפּריהענסיוו–פּלען וועט אַרייננעמען דאָס אונטערזוכן אַ "פּי–די–אַר" )קויפן פון אַנטוויקלונג רעכט( פּלאַן צו באַשיצן די איבעריגע פאַרם–לאַנד און אָפּען–ספּעיס. טוריזם וואַקסט, מיט די לאַנד אַרום די "מודנע טרעסטל", די פּאָפּולערע "לאָנג פּעט ענד היילענד טרעיל" וואָס שטעלט צו אַ וואונדערבאַרן בליק וואָס פאַרבינדט צו די "עפּעלעטשיען טרעיל".

אַלס סופּערווייזער וועט דזשעראָלאָמאַן אויסשטיין עטליכע פּראָיעקטן, וואָס נעמט אַריין די אָנגייענדע פאַרוואַלטונג פון די טאַון'ס רייכע מיטלען פון די סקאָנענמאָנק–רידזש און טאָל, און צו באַשיצן די טאַון'ס וואַסער אין די טיפענישן און די וואַסער פון די "מודנע קריק". עטליכע אַלטע אינפראַסטרוקטור פּייפּס אין סאַוט–בלומינגראָוו האָבן אינפילטרעישאן אישוס און ווערן ערזעצט. אָבער מיט איינס פון די גרעסטע ווינט און שטורם–רעגנס פאָריגע וואָך זינט הוריקעין "איירין", איז עס געווען גוט נייעס אַז די פילע פאַרפלייצונג–פאַרלייכטערונג מאָסמיטלען וואָס זענען אונטערגענומען אין די לעצטע יאָרן, האָט אויסגעזען אַז עס איז אין אָרדענונג, ווייל עס איז געווען געווען באַדייטענדע פאַרפלייצונגען אָדער טייל–פאַרשוועמונגען. ראָודס זענען געווען ריין און זיכער לענגאויס דעם טאַון און ביידע ווילעדזשעס ביז אידערפרי.

בילד: ראָב דזשעראָלאָמאַן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל