וואשינגטאן — א פעדעראלע דזשורי האט נעכטן דערקלערט א ליביער בירגער שולדיג אין שפילן א ראלע אין דער "בענגאזי אטאקע" אויפ'ן אמעריקאנער קאנסולאט אין ליביע אום סעפטעמבער יאר 12', אבער די דזשורי האט אים אין דער זעלבער צייט ריינגעוואשן פון הארבע קלאגעס אז זיינע שריט האבן געפירט צום טויט פון פיר אמעריקאנער בירגער. די רעדע איז פון אכמעד אבו קאטאלא, וועלכער איז געווען פון די צוואנציג פארשוינען וועלכע האבן געשטורעמט דעם אמעריקאנער קאנסולאט און שפעטער א סי-איי-עי הויז נישט ווייט פונעם קאנסולאט, אין בענגאזי, ליביע, און האבן אומגעברענגט אמבאסאדאר קריס סטיוועס און דריי אנדערע אמעריקאנער. קאטאלא איז געכאפט געווארן אין א געוואגטער "ספעשל פארסעס" מיסיע אין ליביע אום יאר 14', און איז געברענגט געווארן קיין אמעריקע, אויסצושטיין א פראצעס אין א געהעריגן ציווילן געריכט. דער פאקט אז ער איז ריינגעוואשן געווארן אויף די הארבע מארד קלאגעס באדייט, אז טויט שטראף וועט ער נישט באקומען, נאר א הארבן טורמע טערמין.

בילד: בענגאזי טעראריסט ריין פון הארבע קלאגעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל